די מיסיע און ראלע פון שוועדישע געריכטן

יעדער איינער זאל קענען האבן זייער קעיס אויסגעהערט איו א יושר’דיגע געריכט. דאס
ערמעגליכן איז די וויכטיגסטע פליכט פון די שוועדישע געריכטן.

לעגאלע פארזיכערקייט און סעקיוריטי

 מענטשן האבן די רעכט פאר לעגאלע פארזיכערקייט און סעקיוריטי. דאס זענען צענטראלע באשטאנדטיילן פון א געזעלשאפט און א פונדאמענט פאר דעמאקראטיע.

וואס מיינט די געריכט סיסטעם?

שוועדן’ס געריכטן און אנדערע אויטאריטעטן וואס שטעלן צוזאם די געריכט סיסטעם האבן אלע אנדערע פונקציעס און פליכטן, צווישן זיי, פארמיידן, באקעמפן און אויספארשן פארברעך, פאראורטיילן קעיסעס, אינפארסירן אורטיילן און צושטעלן שטיצע צו קרבנות פון פארברעך.

וועלכע סארט געריכטן זענען פארהאן?

אין די שוועדישע געריכט סיסטעם, ווערן מערסטע קעיסעס פאראורטיילט אדער דורך די אלגעמיינע געריכטן אדער דורך אדמיניסטראטיווע געריכטן. וועלכע טרעק די קעיס געהערט צו ווענדט זיך אויף איר אינהאלט.

וואס טוען די געריכטן?

די הויפט פליכט פון די געריכטן און טריבונאלס איז צו פאראורטיילן קעיסעס און אנגעלעגנהייטן - אין אנדערע ווערטער, ארויסצוגעבן אן אורטייל. קעיסעס ווערן טיילמאל פאראורטיילט אין געריכט פארהאנלונגען, טיילמאל דורך אפשאצן שריפטליכע מאטריאלן.

וואס איז די ראלע פון די ריכטער?

ריכטער פאראורטיילן קעיסעס און אנגעלעגנהייטן. קיינער קען נישט באשליסן אדער באיינפלוסן וויאזוי א ריכטער זאל פאראורטיילן אין א געוויסע קעיס - נישט אנדערע ריכטער, הערן, פארלימענט אדער די רעגירונג. עס איז וויכטיג פאר די סדר פון געזעץ און דעמאקראטיע אז ריכטער זאלן זיין זעלבסשטענדיג און מאכן די אייגענע באשלוסן.

Uppdaterad
2025-12-17